משיבת נפש חלק א — רבי אריה לייב צינץ אות יט
יט) שוב עיינתי בק"ע (סי' רמ"ז) תשובת ר' בצלאל שכתב דעת הר"ח ורמב"ם בספינה שנשברה הם בחזקת מתים מן התורה וא"צ לשהות עליהם כדי שתצא נפשם. א"כ כ"ש באדם המוטרף במצולת מים וטרח להציל ולא יוכל לחתור אל היבשה והרי נתחזקו דברינו ביתר שאת ויתד הוא שלא חמיט:
מכל הלין טעמי נלענ"ד להתיר אשה זו להנשא ע"פ ב"ד ג' כדין הנתרת [ע"פ ע"א] ונשאת ברשות (ב"ד):
סימן לא
בענין מסלפ"ת, ובענין מלחמה בעולם ואוסרת מת סתם.
שאלה
במותב תלתא כחדא הוינא כד שאלנו את הר"ר ניסן ליב בהר"ר צבי יצ"ו העוסק במלאכת צורפי זהב וכסף אצל הר"ר משה גאלדשמיד דפה עיר ראדום מאתר כנ"ל דער א"י מאדזינאווסקי איז געקומען לבית ר' משה גאלדשמיד איז ער ניט גוועזין בביתו האט דער א"י מיך גיבעטין איך זאל עהם איין פינגעריל מאכין אין אונ דיא רייד זאגט ער צו מיר ביי אונטז צו ווישען דעם חיל איז ג"כ איין יהודי גאלדשמיד מכאן גיוועזין אונ ער איז נהרג געווארען האב איך עהם געזאגט ער זאל גיין צו זיין ווייב אוף דעם קאפטיר ממבוא העיר גם צו דעם רב דעיר אין זיי מודיע צו זיין וועסטו בוודאי קריגען איין נאדגראדע דער פאר. האט ער מישיב גיוועזין ער וועט גיין. מעהר האב איך עהם ניט אוש גיפרעגט מחמת איך האב ניט רעכט גיקענט דעם גאלדשמיד היהודי שנהרג איך בין געקומען קיין ראדום איז דער יהודי גאלדשמיד אוועק רק ווייל איך האב געוויסט אז שאשה מקאפטור איז איין עגונה געבליבען מבעלה הצורף האב איך עהם געהייסען גיין צו איהר ועל זה חתם את עצמו. [כפי המבואר לקמן אות א' נראה דחסר כאן בהגב"ע. דהעד הזה אחר שהעיד בב"ד כהנ"ל חזר אחר איזהו ימים ואמר בב"ד נזכרתי שאמר לי הא"י שמו ושם אביו של הנהרג. ועל זה סובב כל הפילפול שם]:
אחר זה מילא הא"י את דבריו והלך לקאפטור הנ"ל ואמר לפצי האשה ולפני הארינדאר דשם כאשר יבואר בהג"ע שקבלנו בחרמות ואיומים מפי היקר ונכבד הקצין מו' יהודא ליבוש בהמנוח מהו' ברוך הארינדאר מקאפטיר כאשר בא לפנינו ושאלנו את פיו בח"ח ובעונש אליו"ע והגיד בזה הלשון. הא"י ב"מ מלאזיקאווסקי שהיה שערזאנד במחנה פולין כמה שנים איז צו מיר געקומן ביום ו' עש"ק אין האט גיפרעגט ווי איז די אשה וואס זו האט גיהאט איין מאן איין גאלדשמיד האב איך עהם גיפרעגט נאך וואש ער פרעגט האט ער מיר מישיב גיוועזין איך וועל איהר זאגין פון איהר מאן. האב איך צו עהם גיזאגט וועסט די עהם ברענגין. האט ער משיב גיוועזין ברענגין קאן איך עהם ניט דען ער איז טויט. האב איך עהם גיפרעגט ווי אזוי וויישטו. האט ער מיר גיזאגט אזוי. אז ער איז צו ריק גיגאנגען פון דער מאסקאווע האט ער טראנצפוטירט גארזיסטעס פון ראדום קיין אפאטשנע האט ער דעם יהודי יוסל איטשקאוויטש גאלדשמיד גיטראפין בכפר קאמונאוואלי האב איך מיך מיט עהם דער קענט פון דער צייט ווי איך בין געשטאנען אין ראדום איז ער באלד צו געשטאנען האב איך עהם תיכף ומיד געפירט קיין גאווערטשוב אונ האב עהכי געלאזט אפ גאלין דער נאך איז ער מיט מיר גיגאנג ען אין דער מלחמה אריין אינטער לייפסיג האב איך אללע טאג גיקריגען ראפורט פון מיינע ב"מ האט איין טאג מיין קאליעגע גיברענגט דעם ראפורט אז דער יוסל איטשקאוויטש איז געהרגת געווארען אין האט מיר גיברענגט זיין פפערד אין איך האב ווייטער ראפעטורט אונ דעם קאפיטאן. אויב מען וועט הייסען מיר שווערין ביי וועלכען סאנד מען וויל וועל איך אויף דעם שווערין. האב איך עהם גיפרעגט ווי ביסטו אויס געפאלען צו מיר צו קומען האט ער משיב גוועזין ווי איך בין צו ריק גיגאנגן פון דער מלחמה בין איך געקומען קיין אפאטשנע אויף דעם יריד האט מיך דארט גיטראפען דער הארינדאר פון קאמיניוואליע אונ האט מיך דער קענט האט ער מיך גיפרעגט וויא איך האב דעם יהודי יוסף איטשקאוויטש אהין געטאהן האב איך געזאגט ער איז גיהרגט גיווארן אונטער מיין דעוויזיע אונ דער מלחמה האט ער מיך געהייסן קיין ראדום צו וויסן טוהן זיין ווייב וועל איך קריגען איין נאדגראדע בין איך גמקומען לכאן אין בין געוועזין ביי משה צורף איך האב מיך ג"כ מיט עהם געקאנט פון לאנג איז ער ניט גיוועזין בביתו נאר זיין פועל האב איך מיר געהייסען מאכען איין פינגערל אין די רייד האב איך מיך דער מאנט אן דעם יהודי יוסל איטשקאוויטש הצורף אין האב דער ציילט ווי דער יהודי איז גיוועזין אונ דער מלחמה אונטער לייפסיג אונ איז געהרגט געווארען. אונ האט געזאגט זיין שטאטור אויר שנים וכל המלבושים כאשר באמת הלך בהם וע"ז בא בעצמו על החתום יהודא ליבוש בהמנוח מוהר"ר ברוך מקאפטור:
תשובה
אוצר הספרים